Wednesday, May 14, 2014

דריי אנדערע ווערטער וואס מיינען די זעלבע זאך

ס'זענען פאראן א שיכטע יידן וואס האלטן זיך פאר קענערס פון דער יידישער שפראך, נאר שרייבן שרייבט מען אין לאטיינישע אותיות. מ'האט צוזאמענגעשטעלט א נייע שפראך 'יידיש אויף גוייש'. דערנאך זענען זיי שטארק פארנומען מיט די באשטימטע ארטיקלען, דער, די, און דאס. און טאמער חס ושלום מאכט איינער א גרייז, הייסט עס אז מ'קען קיין יידיש נישט. איי, ס'זענען פאראן צענדליקע אנדערע כללים וואס מ'דארף אויכעט קענען? ניין, דאס איז נישט אזוי וויכטיק ווי דער, די און דאס און אז מ'קען עס נאך שרייבן אויף לאטייניש, נישטא קיין גרעסערע פארגעניגן.
בקיצור מ'שטעלט זיך אויפן טפל און מ'פארגעסט דעם עיקר, דאס הייסט פשוט רעדן און פארשטיין יידיש אזוי ווי מ'האט אמאל גערעדט.

דאס דערמאנט מיך א מעשה.
די קאצקער חסידים פלעגן באהאלטן זייער עבודת השם פון דער רעשט וועלט. עפענטליך האט מען נישט געזען זייער תורה, זייער יודישקייט. פארן פרעמדער מענטש האט דאס אויסגעזען ווי א באנדע ליידיקגייערס וואס דרייען זיך ארום און טוען גארנישט א גאנצן טאג. אין אמת'ן האבן זיי געהארעוועט און געלערענט גאנצע נעכט ווען די וועלט איז געשלאפן.
איין טאג אינדערפרי ביים דאווענען, שוין געווען יארן נאך די פטירה פונעם קאצקער רבי'ן זצ''ל, האט א יונגערמאן געכאפט א טלית און געווארפן אויף א צווייטן, פונעם אנדערן עק בית מדרש, כדי צו מאכן א ביסל לעבעדיק.

געזעסן דארט אן אלטער חסיד פון פארצייטנס. רופט ער זיך אן צום יונגערמאן און פרעגט אים, “וואס איז פשט פון ווארפן א טלית אויף אן אנדערן?” האט דער יונגערמאן א מאך געטאן, “איך געדענק נאך אלץ קינד אין שטיבל (בית מדרש) האט מען אייביק געווארפן טליתים איינער אויפן צווייטן. פארוואס האט איר זיך דווקא אנגעטשעפעט אין מיר?”
דער עלטערער ייד האט געבעטן דעם יונגערמאן זיך אוועקזעצן און זאגט אים:
הער זיך גוט איין, יונגערמאנטשיק און דו וועסט באלד פארשטיין וואס שטעקט אין דעם ווארפן א טלית. דו ווייסט וואס די עבודה זרה פון בעל פעור איז געווען? ווי אזוי האט מען געדינט די עבודה זרה?

זיכער ווייס איך – ענטפערט דער יונגערמאן. - מ'האט זיך אויסגעליידיקט דעם מאגן אויף דער עבודה זרה. אין די גמרא אין סנהדרין דף סד עמוד א שטייט געשריבן: תנו רבנן, האבן די רבנן געלערענט: מעשה בסבטא בן אלס ס'איז געווען א מעשה מיט א ייד וואס האט געהייסן סבטא בן אלס, שהשכיר חמורו לנכרית אחת, וואס האט זיך אויסגעדינגן מיט זיין אייזל פאר א גויטע (איר ארומפירן). כיון שהגיעה לפעור ווען זיי זענען אנגעקומען צו דער עבודה זרה פון פעור, אמרה לו האט זי צו אים געזאגט  המתן עד שאכנס ואצא ווארט אויף מיר ביז איך וועל צוריק קומען. לאחר שיצאה דערנאך ווען זי איז ארויסגעקומען פון דארט  אמר לה האט ער איר געזאגט   אף את המתיני עד שאכנס ואצא ווארט איר אויך ביז איך וועל אריינגיין און צוריק ארויסקומען. אמרה לו, ולא יהדי אתה? פרעגט זי אים דו ביסט דען נישט קיין ייד? (א שטייגער צו פרעגן וואס האט א ייד צו טאן מיט אן עבודה זרה?) אמר לה, ומה איכפת ליך האט ער איר געענטפערט און וואס ארט עס אייך? (צו זאגן מישט אייך נישט אריין אין מיינע געשעפטן) נכנס איז ער אריין פער בפניו אין האט געלאזט א שטולגאנג אויפן פנים פון דער עבודה זרה. וקינח בחוטמו און ער האט זיך אפגעווישט מיט דער נאז פונעם געטשקע. ער האט מיט דעם געמיינט צו מאכן א שפאס, אפלאכן פונעם אפגאט. והיו משרתי עבודה זרה מקלסין לו און די דינער פון די עבודה זרה האבן אים שטארק געלויבט. ואומרים: מעולם לא היה אדם שעבדו לזו בכך. און האבן אים געזאגט, "עס האט נאך קיינער נישט געדינט די עבודה זרה אזוי שיין ווי דו.” (ווייל דאס טאקע איז געווען די ארבעט מ'זאל זיך פארשעמען).

דו מיינסט – ענטפערט אים צוריק דער אלטער חסיד – אז דאס האט זיך אזוי אנגעפאנגען?  ווען מ'האט באשאפן די עבודה זרה האבן די דינערס אוועקגעלייגט אן עבודה. מ'איז אויפגעווען א גאנצע נאכט און אריין געהארעוועט. מ'האט אזוי פיל כוחות אריינגעלייגט אין דעם, אז אינדערפרי זענען זיי שוין געווען אזוי אויסגעמאטערט אז מ'האט נישט געהאט קיין כוח צו גיין זוכן א בית כסא. האבן זיי געהאט דעם מאגן טאקע דארט ביי די עבודה זרה. די קינדער זייערע, האבן זיך גוט אויסגעשלאפן און זענען געקומען זען וואס די עלטערן טוען. ווען זיי האבן געזען וואס דארט האט זיך געטאן האבן זיי געמיינט אז דאס איז די עבודה, אט אזוי דארף מען דינען די געטער. איז צום סוף דאס געווארן דער עיקר עבודה.

דאס אייגענע איז מיט די טליתים. מיט יארן צוריק ווען דער רבי האט געלעבט זענען די חסידים אויפגעווען א גאנצע נאכט, געזעסן און געלערענט. און אין דער פרי ווען מ'האט געדאווענט און איינער האט א ביסל צוגעמאכט די אויגן פון מידקייט פון אויפזיין א גאנצע נאכט, האבן די חברה געווארפן א טלית, אים אויפוועקן. דאס יונגווארג האבן זיך גוט אויסגעשלאפן, געקומען אין שול אויסגערועט און געזען ווי מ'ווארפט טליתים האבן זיי געמיינט אז דאס איז די חסידות....


ראשית כל איז גוט צו קענען די יידישע שפראך מיט אלע פיטשעווקעס. און צו קענען דעם דער, די און דאס איז אויך נישט קיין פעלער. אבער מאכן דאס דעם ציל און דערצו שרייבן יידיש אויף לאטייניש, איז פשוט א נארישקייט. די גאנצע סיבה פארוואס מ'האט באשאפן לאטייניש יידיש איז צו העלפן די וואס מוטשן זיך ליינען יידישע אותיות נעמט מען דעם טפל און מען מאכט דערפון אן עיקר. עס פאסט נישט...




ס'איז שוין די העכסטע צייט מ'זאל רעדן יידיש ווי מ'פלעגט רעדן אינדערהיים פארן קריג. קודם כל זאל מען רעדן און דערנאך וועט כאטש זיין וועמען צו פארריכטן. די צאל מענטשן וואס רעדן דער יידישער שפראך זענען פאריתומ'ט. איר זאלט מיר אנטשולדיקן - דער, די און דאס איז נישט די ערשטע זאך אויפן סדר היום....

No comments:

Post a Comment