Saturday, May 10, 2014

די קאָנפערענץ פון דער יידישער שפּראַך

''גוט מאָרגן אדוני!''

''וואָס הייסט דאָס עפּעס א-ד-ו-נ-יוואָס מישט איר אַרײַן עברית אינעם יידיש.  פאַר דעם האָבּ איך געדאַרפט אַהערקומעןבּײַ אונדז זאָגט מען אַ גוט מאָרגן אײַךאָדער אַ גוט מאָרגן רייד!”

''אַזוי פרי און איר טוט זיך שוין אַזוי רעגן?”

''וואָס פאַראַ רעגןדי זון שײַנט דאָך אינדערויסן?”

''אַנטשולדיק מירפון וואַנעט זענט איר?”

''אַההיעצט זע איך שויןאיך האָבּ דאָ צו טאָן מיט אַ גאַליציאַנערבּײַ אונדז זאָגט מען פון וואַנען זײַט איר?”

''מ'זאָגט שוין ווײַטער בּײַ אײַךמ'האַלט דאָך עפּעס אין איין זאָגןאיך זע שוין מיט וועמען איך האַנדל דאָאיר זענט דאָך אַ ליטוואַקנישט גלאַט אַ ליטוואַקנאָר אַז מ'רעדט נישט גענוי אַזוי ווי מ'האָט בּײַ אײַך גערעדט אין דערהיים הייסט עס נישט אַז מ'קען רעדן יידיש.”

דערווײַל האָבּן זיך אָנגערוקט נאָך אַ פּאָר יידןפון אַלע עקן וועלטאַ בּיסל אייראָפּעישערקאַנאַדערמעקסיקאַנעראַרגענטינערדרום אַפריקאַנער אַמעריקאַנערוכדו'.

איר מוזט מיר נישט גלויבּן אָבּער צווישן דער גאַנצער עולם איז אויך געווען אַן אַראַבּער אין אַ כינעזערפּלוצלינג איז יעדער אַ מבין אויף דער יידישער שפּראַך.
דער אונגאַרישער האָט געהאַט אָנגעטאָן צוויי לעכעריקע שטרימפּ (זאָקן)
דער כינעזער האָט געוואָלט האַלטן אַ לעדע(רעדע)
דער אַראַבּער האָט געזוכט אַ בּויגן בּאַבּיער(פּאַפּיערמיט אַ בּליי
די מעקסיקאַנערין האָט זיך גע'עקש'נט אַז אַ פ אָן אַ פּינטל שרײַבּט מען דווקא מיט אַ שטרעכל פון אויבן
אַ צווייטער מאַדז'אַר האָט געוואָלט פּרעגלן צוויי אייער אין אַ רײַנדל.
אַן אַנדערער האָט קיינמאָל פון קײַן רײַנדל נישט געהערטבּײַ זיי האָט מען דאָס גערופן אַ פּאַטעלנע.
אַ פרוי איז אַרויסגעקומען פון איינע פון די צימערן אין אירע פּאַפּאָטשן.
ווערפאַר אַ גוט יאָר ,האָט דאָס געהערט פון פּאַפּאָטשןאַ פּאָר לאַטשן אָדער שטעק שיך.
אין איין וואָרט ס'האט זיך דאָרט געטאָן ליהודיםס'האָבּן זיך צונויפגעזאַמעלט אַ קומץ יידן צו דער 'קאָנפערענץ פון דער יידישער שפּראַךאון יעדער איינער האָט זיך מיטגעבּראַכט אייגענע ווערטער פון זײַן שטאָט.

אין אַ ווינקעלע אין דער זײַט איז זיך געשטאַנען דאָרט אַן אָנגעזעענער יידאַן אדם חשוב און האָט זיך אַזוי אײַנגעהערט צו די אַלע שפּאַרעריי,  צו די ויכוחים.

''רמשהווי געפעלט אײַך די קאָנפערענץ?” טוט אים איינער אַ פרעג

ער גיט אַ שמייכל און זאָגט"עס דערמאָנט מיך פון אַ שיינעם פּירוש וואָס איך האָבּ מיט יאָרן צוריק געהערט וועגן די דור הפלגה און מגדל בּבל.

מגדל בּבל ווערט געבּרענגט אין חומש בּראשית איז געווען אַ ריזיקן טורעם וואָס איז געבּויעט געוואָרן אין די לאַנד פון שִינְעָר.
ס'האָבּן זיך צוזאַמענגעקליבּן אַלע פעלקער וואָס זענען אויפגעקומען נאָכן דור המבּולרעדענדיק איין שפּראַךהאָבּן זיי זיך פאַרזאַמעלט אין שינערדאָרט האָבּן זיי קאָנפערירט און בּאַשטעטיקט צו בּויען גאָר אַ הויכן געבּיידע וואָס איר שפּיץ זאָל דערגרײַכן אין הימל  'כּדי מ'זאָל אונדז נישט צושפּרייטן אויף דער וועלט און מיר וועלן מלחמה האַלטן מיט ג-ט'.
ג-ט האָט זיך אַראָפּגענידערט פון הימל צו זען וואָס זיי האָבּן געמאַכט און האָט געזאָגט, ''זיי זענען אַזוי ווי איין פאָלק און רעדן איין שפּראַך און זיי וועלן נישט אויפהערן בּיז זיי וועלן דערגרייכן זייער ציללאָמיר אַראָפּגיין אויף דער וועלט און פאַרדרייען זייער שפּראַך.''
און ג-ט האָט זיי צעשפּרייט איבּער דער גאַנצער וועלט און האָט אויסגעמישט אַלע שפּראַכןזיי האָבּן נישט פאַרשטאַנען איינער דעם אַנדערן בּיז זיי האָבּן אויפגעהערט בּויען דעם טורעםדאָס אָרט האָט מען גערופן 'בּבל' דאָס הייסט 'מישן', ווייל דאָ האָט ג-ט אויסגעמישט די שפּראַכן פון דער וועלט.
רש''י זאָגט אַז די שפּראַך וואָס זיי האָבּן דאַן גערעדט איז געווען לשון הקודשדי הײַנטיקע עברית איז גענומען געוואָרן פון דאָרט.
עס לאָזט זיך פרעגן פאַרשידענע קשיותאַלע פעלקער האָבּן זיך צוזאַמענגענומען בּויען אַ טורעםצו מלחמה האַלטן מיט ג-טוואָס טוט ערער לערענט זיי אויס שפּראַכןזיי האָבּן אַלע אָנגעהויבּן רעדן אַנדערע שפּראַכן און זיי האָבּן נישט פאַרשטאַנען איינער דעם אַנדערןאון אַזוי איז צעפאַלן זייער פּלאַן.
ערשטענספאַר איינעם צו לערנען אַ נײַע שפּראַך קען נעמען מאָנאַטן לאַנג אויפן בּעסטן פאַלדאָהאָט מען אין איין סעקונדע גערעדט פילע שפּראַכןוואָס האָט דער רבּונו של עולם געוואָלט אויפטאָן מיט דעם?
צווייטענסנאָך וואָס האָט ג-ט ממציא געווען אַזאַ שטראָף פון אויסלערנען שפּראַכןער האָט דאָך פּשוט געקענט צעבּרעכן דעם טורעם?

האָט דער רב געגעבּן צו פאַרשטיין אַזוידער כּוח פון אחדות!
וויבּאַלד זיי האָבּן אַלע גערעדט איין שפּראַך און האָבּן זיך גוט פאַרשטאַנען האָבּן זיי געמאַכט פּלענער ווי אַזוי מלחמה צוהאַלטן מיט ג-טיעצט לאָמיר אַ קוק טאָן ווי די וועלט האָט דאַן אויסגעזעןס'איז שוין דעמאָלט געווען אַ סך אַנדערע לענדער מיט אַלע ערליי שפּראַכןס'איז אָבּער געווען איין שפּראַך וואָס זיי האָבּן אַלע געקענטלשון הקודש און דאָס האָט זיי געהאַלטן בּאחדותאַ שטייגער ווי רוסלאַנד פאַרן צוזאַמענבּראָך האָט קאָנטראָלירט פאַרשידענע לענדער וואָס האָבּן גערעדט אַ וואַריאַציע פון שפּראַכןאַלעס אונטער איין דאַך אָבּער זיי האָבּן אַלע קאָמאָניקירט מיט די מוטער לאַנד אויף רוסיש
אַן ענליכע זאַך האָט דאָ פּאַסירטנאָכן מבּול האָבּן זיך געשאַפן נײַע לענדעריעדעס לאַנד מיט איר אייגענע שפּראַךזיי האָבּן אָבּער אַלע אויך גערעדט לשון הקודשאַזוי האָבּן זיי זיך געקענט אַדורך רעדן און אַנטייל נעמען אינעם פּלאַן צו בּויען אַ טורעם און מלחמה האַלטן מיט ג-ט.
וואָס האָט דער אייבּערשטער געטאָןער האָט זיי ניט אויסגעלערענט קײַן נײַע שפּראַכןפאַרקערטדי איין שפּראַך מיט וואָס זיי האָבּן קאָרעספּאָנדירט האָט ער בּײַ זיי צוגענומען און זיי האָבּן מער ניט געקענט זיך צוזאַמענרעדן און פּלאַנירןער האָט בּײַ זיי צוגענומען דעם כּוח פון אחדות,” האָט דער רב אויסגעלאָזט זײַנע ווערטער.

אין איין פאַרמיטאָג האָבּ איך זיך אויסגעשלאָגן די שפּעזן פון דער גאַנצער קאָנפערענץאיך האָבּ זיך אויסגעלערנט אַ געוואַלדיקן לימודאַז ס'איז ניט קײַן שום נפקא מינה פון וואַנעט אַ ייד שטאַמט אָפּס'מעג זײַן רוסלאַנדגאַליציעפּוליןאונגאַרןליטאדי קאַרפּאַטןירושליםאַמעריקא אָדער דרום אַפריקעיעדער בּרענגט זיך מיט אַ פּאָר ווערטער פון זײַן שטובּאָבּער דער אונטערשטע שורה איז אַז אַלע רעדן יידיש און מ'פאַרשטייט זיך איינער דעם צווייטן און ס'איז פּשוט אַ פאַרגעניגןדאָס האָט אונדז געהאַלטן צוזאַמען איבּער טויזענט יאָר און יעדער וואָס רעדט הײַנטיקע צײַטן יידיש איז דאָס אַ בּאַזונדער געווינסמיר דאַרפן זיך אַלע האַלטן צוזאַמעןנישט יעדער זאָל מאַכן פאַר זיך שבּתווי ס'זענען דאָ דרײַ יידן מאַכט מען אַ נײַעם אָרגאַניזאַציעס'איז וויכטיק אַז די קומץ יידן וואָס פאַרשטייען יידיש זאָלן זיך אַלע צוזאַמענעמען אין איינעם און פּרובּירן אויפבּויען די שפּראַך אַזוי ווי ס'פלעגט אַמאָל זײַןלאָמיר אַלע צוזאַמען צוריקבּרענגען די פּראַכט פון אַמאָלוואָס די נאַציס ימח שמם וזכרם האָבּן כּמעט פון אונדז צוגענומעןדער כּוח פון אחדות איז אַזוי שטאַרק אַז מ'קען אײַננעמען די גאַנצע וועלט.

אויף וועמען וואַרט איר????

טאָמער איז עס כּבוד וואָס איר זוכטטאָ נאַט אײַך כּבוד... אָבּער אויף צו ווערן מבינים אויף א שפּראַך אין קענען זאָגן אַז אָט אַזוי דאַרף מען זאָגןצו אַזוימוז מען קודם האָבּן פּראָסטע פּשוטע רעדערס פון דער שפּראַךדערנאָך קען מען האַלטן אין איין פאַרבּעסערןאָבּער מ'האַלט נאָך זייער ווײַט פון דעםדערפאַר טו איך נאַרײַעןאַז מיר זאָלן זיך אַלע צונויפרעדן און בּאַשליסן צו מאַכן אַ בּונד צווישן אונדז אַלעזען ווי אַזוי אויפצובּויען די שפּראַך פאַר פּשוטע עמךָ יידןאון טאָמער ס'האַנדלט זיך אַוועקצוגעבּן צײַט און כּוחות גלויבּ איך אַז עס לוינט זיך.

וואָס איז אייער מײַנונגלאָזט אײַך הערן.



No comments:

Post a Comment