Saturday, January 11, 2014

A Taste of Yiddish 4.19


To better enjoy the Yiddish proverbs and expressions you can nowpurchase the Yiddish Home Study Program containing a 350 page workbook and 2 CD's for just $99.00
Yiddish is one of the richest languages in the world
 filled with expressions, idioms and proverbs  
Yiddish In 10 Lessons Home Study Program is now on Sale for $99.00
Regular Price $129.

די וואָכיקע שפּריכווערטער וועגן חזנים

לויטן פּנים דאַרף ער זײַן אַ חזן, לויטן קול מוז ער זײַן אַ גרויסער חכם
__________________

איך האָבּ אַ זון; ווען ער רעדט מיינט מען אַז ער איז דער גרעסטער חזן ווען ער זינגט מיינט מען ער איז דער גרעסטער חכם
__________________

ווען ער איז בּלויז געווען אַ נאַר האָט חוץ פון מיר קיינער נישט געוואוסט; איז ער געוואָרן אַ חזן, יעצט ווייסן שוין אַלע
__________________

א מיטל מעסיקער מענטש; נישט קײַן גרויסער חכם און נישט קײַן קליינער נאַר


 אַ חזן האָט אַמאָל געפרעגט, "איר ווייסט די דיפערענץ צווישן אַ חזן און אַ שוחט? בּײַם שוחט זענען די בּהמות פון פאָרענט...?                    י
__________________

אַ חזן האָט געדאַווענט די תּפילה פון גשם. נאָך איידער ער האָט געענדיקט די תּפילה האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אַ גאָס רעגן. נאָכן דאַווענען גייט צו דער חזן צום גבּאי, גיט אים אָפּ אַ בּרייטן גוט יום טוב און זאָגט דערבּײַ:            ײַ
    "ווי געפעלט אײַך מײַן דאַווענען, די תּפילה איז גלײַך אָנגענומען געוואָרן אין הימל. איר זעט דאָך אַז ס'האָט זיך בּאַלד גענומען רעגענען."ן
    ו"וואָס איז דען דער חידוש – זאָגט אים דער גבּאי – אין די אַלטע צײַטן האָבּן אַזעלכע לײַט ווי איר געבּראַכט אויף דער וועלט נישט גלאַט אַ רעגן, נאָר אַ גאַנצער מבּול..."                          ל
__________________


ר' משל'ה קאָסאָווער האָט אַמאָל געזאָגט אַז דאָס וועלן דאַווענען פאַרן עמוד איז נישט סתּם אַ תּאווה ווי אַלע תּאוות נאָר די מיאוס'טע פון אַלע תּאוות. די סיבּה דערפאַר איז ווײַל אַלע אַנדערע תּאוות טוט מען בּאַהלטנערהייט, בּצינעה, און מ'טוט אַלע פּעולות אַז קיינער זאָל נישט געוואָר ווערן דערפון כּדי מ'זאָל נישט דאַרפן לײַדן קײַן בּושות. אָבּער די תּאווה פון דאַווענען פאַרן עמוד איז נישט נאָר וואָס דאָס ווערט געטאָן עפענטלעך, פאַרקערט גאָר, וואָס גרעסער דער עולם, אלץ גרעסער די תּאווה... .ה..
__________________

די וועלט זאָגט אַז חזנים זענען נאַראָנים. וואָס האט מען זיך עפּעס פּונקט פאַרלייגט אויף די חזנים? אויף דעם זענען דאָ פאַרשידענע ערקלערונגען:ן
די שמונה עשרה דאַווענט דער ציבּור שטילערהייט. פאַרוואָס טאַקע? כּדי מ'זאָל נישט הערן איינער דעם צווייטן מתוודה זײַן אויף זײַנע זינד. דאָס איז צווישן מענטש און ג-ט. און דער חזן, נישט נאָר וואָס ער זאָגט די שמונה עשרה הויך נאָר ער גאָרגעלט זיך צו מיטן קול אַז אַלע זאָלן הערן, ווער דען, אַז נישט קײַן טיפּש, טוט אַזוינס...ס
__________________

די פּאָפּולערסטע ערקלערונג איז ווײַל אין הימל זענען פאַראַן אָפּטיילונגען, קאַמערן. דער היכל פון נגינה געפונט זיך לעבּן דעם היכל פון תּשובה. און דו חזן אַז מיט דײַן שטימע בּיסטו אָנגעקומען בּיז צום היכל הנגינה, טאָ שפּרונג שוין אַרײַן און טו תּשובה. און אַז נישט בּיסטו אַ נאַר...ר


this week's proverbs about cantors being fools

according to his face, he looks like a cantor, according to his voice he must be very smart
__________________

I have a son; when he speaks they think he is the greatest cantor and when he sings they think he is the greatest scholar
__________________

when he was just a fool no one besides me knew, he became a cantor, now everyone else knows
__________________

an average person, not a great sage and not a small fool


A chazen (cantor) lead the prayer of Geshem (prayer for rain) and before the end of the tefiloh (prayer) it started to pour.
After davening he went over to the president of the shul and greeted him loudly Good Yom Tov and said, "So how did you like my davening today? My prayers were heard immediately. As you can see it started to rain even before I finished.
The president responded, “That's not at all surprising. In ancient times people like you not only brought a rain but caused the flood to happen.....

__________________

Ren Moishele Kosover once said that wanting to lead the service is a lustful act of the worst kind. The reason is that when one wants to do a lustful deed, he tries to do it in secrecy, hidden from the public eye, so no one will find out, But the desire to lead the congregation in prayer is done in the open. Moreover, the greater the crowd the stronger the craving.....

__________________

The world says that “chazonim zenen naronim” meaning Cantors are fools. Why the cantor? Why are they ganging up on him? There are a number of explanations. The most popular one is said in the name of Rabbi Levi Yitzchok of Berdichev. He said that in heaven there are numerous chambers, each one designated for a different purpose, each one on a different plane, closer to G-d. The chamber of song is situated right next to the chamber of repentance which is very close to G-d. Since they are already up there with their song they should already grab the opportunity and repent.....

__________________

The Amidah* prayer is the most important part of the prayer. First, the congregation recites it silently. The reason is so one should not hear the other confess his sins. And you cantor, not only do you repeat the Amidah loudly, but you are also doing riffs and runs with vibrato that everyone should hear, who else but a fool would do that.


The Amidah is the central prayer of the Jewish liturgy. Observant Jews recite the Amidah at each of three prayer services in a typical weekday: morning, afternoon, and evening.
The prayer is recited standing with feet firmly together, and preferably while facing Jerusalem. In Orthodox public worship, the Shemoneh Esrei is usually first prayed silently by the congregation and is then repeated aloud by the chazzan (reader)



transliterated – di vokhike shprikhverter vegn khazonim

loytn ponem darf er zayn a khazn; lotn kol muz er zayn a groyser khokhem
__________________

ikh hob a zun, ven er redt meynt men az er iz der grester khazn, ven erzingt meynt men az er iz der grester khokhem
__________________

ven er iz bloyz geven a nar, hot khuts fun mir keyner nit gevust; iz er gevorn a khazn, yetst veysn shoyn a'le
__________________

a mitl mesiker mentsh; nit kayn groyser khokhem nit kayn kleyner nar


a khazn hot amol gefregt, “ir veyst di diferents tsvishn a khazn un a shoykhet? bam shoykhet zenen di bheymes fun fornt.....

__________________

a khazn hot gedavent di tfi'le fun geshem. nokh eyder er hot ge'endikt di tfi'le hot zikh a'ropgelozt a gos regn. nokhn davenen geyt tsu der khazn tsum ga'be, git em op a breytn gut yontif un zogt derbay:
"vi gefelt aykh mayn davenen? di tfi'le iz glaykh ongenumen gevorn in himl. ir zet dokh az s'hot zikh bald genumen regenen.”
"vos iz den der khidish?” zogt der ga'be. “in di al'te tsaytn hobn a'zelkhe layt vi ir gebrakht af der velt nit glat a regn, nor a gantser mabl....”

__________________

R' Moishele Kosever hot a'mol gezogt az dos veln davenen farn omed iz nit stam a tayve vi a'le tayves nor di mi'uste fun a'le tayves. di si'be derfar iz vayl a'le andere tayves tut men bahaltnerheyt, betsi'ne, un m'tut a'le p'ules az keyner zol nit gevor vern derfun kedey m'zol nit darfn laydn kayn bushes. ober di tayve fun davenen farn omed iz nit nor vos dos vert geton e'fentlekh, farkert gor, vos greser der oylem, alts greser di tayve.

__________________

di velt zogt az khazonem zenen naronem. vos hot men zikh epes punkt farleygt af khazonim? Af dem zenen do farshide'ne erklerungen:
di shimenesre davent der tsiber shtilerheyt. farvos ta'ke? kedey m'zol nit hern eyner dem tsveytn misva'de zayn af zayne zind. dos iz tsvishn mentsh un G-t. un der khazn, nit nor vos er zogt di shimenesre hoykh, nor er gorgelt zikh tsu mitn kol az a'le zoln hern. ver den, az nit der tipesh, tut a'zoyns.....

__________________

di populerste erklerung iz, vayl in himl zenen faran opteylungen, kamern. der heykhl fun negi'ne gefunt zikh lebn di heykhl fun tshu've. un du khazn, az mit dayn shti'me bistu ongekumen biz tsum heykhl hanegi'ne, to shprung a'rayn un tu tshu've un az nit bistu a nar....



פתגמים של השבוע

לפי הפנים הוא צריך להיות חזן, לפי הקול הוא חייב להיות חכם גדול
__________________

יש לי בן; כשהוא מדבר חושבים שהוא החזן הכי גדול, כשהוא שר חושבים שהוא החכם הכי גדול
__________________

כל עוד שהוא היה רק טיפש אז אף אחד חוץ ממני לא ידע. הוא נהיה חזן, עכשיו כבר כולם יודעים
__________________

תיאור של אדם לא הכי חכם
בן אדם בינוני לא חכם גדול ולא טיפש קטן


חזן פעם שאל, האם אתם יודעים את ההבדל בין חזן לשוחט?ט
אצל השוחט, הוא הסביר, הבהמות הן מקדימה....ה
__________________

חזן פעם התפלל את תפילת גשם. עוד לפני שגמר התפילה, התחיל לרדת גשם שוטף. אחרי מוסף הוא ניגש לגבאי, איחל לו חג שמח בקול רם ומכריז: "איך מצא חן בעיניך התפילה שלי? עוד טרם שגמרתי להתפלל התפילה שלי התקבלה?” הגבאי החזיר לו מיד, מבלי להישאר חייב: “מה החידוש? בימים הקדמונים אנשים כמוך הביאו לעולם לא סתם גשם אלא מבול שלם...ם
__________________

הצדיק רבי משהל׳ה מקוסוב אמר — התאווה לעבור לפני התיבה להתפלל לפני העמוד, היא תאווה מגונה ככל התאוות, אלא שמשונה תאווה זו מכל התאוות, שכל התאוות המגונות, עושה האדם בהצנע, ועושה כל מה שבכוחו שלא יתפרסמו, ושלא ינחל על ידם בושות וכלימות, לעומתן התאווה להתפלל לפני העמוד, במידה שמרובים האנשים השומעים , כן תגדל תאוותו. אומרים שחזנים הם טיפשים. ולמה? אפשר לומר:ר
את תפילת עמידה (שמו"ע) הציבור מתפלל בשקט ואחד מההסברים הוא כדי שלא  ישמעו הציבור אחד את השני מתוודה על חטאים ופשעים.ם
ואילו הש"ץ מתפלל בקול ואינו מסתיר את וידויו, וחזן לא די שאינו מסתיר את זה אלא שעוד מסלסל בקולו בוידויו, הרי לכם טיפש מושלם.ם
__________________

עוד סיבה שהינם טפשים כיון שהיכל הנגינה קרוב להיכל התשובה ומדוע שלא יעשו צעד נוסף ויכנסו להיכל התשובה, אימרה זו כבר מופיע בספר "קדושת לוי" מהרה"ק רבי לוי יצחק מברדיטשוב זי"ע
הרבי ממודז'יץ בעל ה"דברי ישראל" זי"ע כתב בספרו שהיכל הנגינה הוא היכל התשובה
__________________

פעם שמעתי הסבר לאימרה זו (בדרך ההלצה והחיוך) מהרה"ק בעל ה"לב שמחה" מגור זי"ע. במסכת פסחים בתוספות אמרו על הפסוק כבד את ה' מהונך אל תקרי מהונך אלא מחונך (נ' שוואית, כ' סופית קמוצה), ואמר הרבי הלב שמחה שחונך הוא הגרון של האדם, ונשאלת השאלה אמר הרבי מדוע באמת אל תקרי מהונך אלא מחונך, סימן הוא שאין לו מהונך אם צריך להגיע למחונך, והוסיף הרבי שהרי אמר הכתוב "בצל החכמה צל הכסף" היינו למי שיש חכמה יש כסף וכן להיפך, ואם חז"ל אמרו אל תקרי מהונך, כלומר שאין לך כסך הרי שאינך חכם, ואם כן למה תפסו דווקא מחונך, סימן הוא שהחזן היפוכו של החכם



Yiddish In 10 Lessons”
workbook and CD's
NOW AVAILABLE
A QUICK AND EASY WAY TO LEARN YIDDISH

אַ גוטע וואָך
Chaim Werdyger
Bringing back the Yiddish language

No comments:

Post a Comment