Saturday, January 4, 2014

A Taste of Yiddish 4.18


To better enjoy the Yiddish proverbs and expressions you can now purchase the Yiddish Home Study Program containing a 350 page workbook and 2 CD's for just $99.00

Yiddish is one of the richest languages in the world
 filled with expressions, idioms and proverbs  
Yiddish In 10 Lessons Home Study Program is now on Sale for $99.00
Regular Price $129.


די וואָכיקע שפּריכווערטער
  • אַזוי ווי מיר זענען צו ג-ט אַזוי איז ג-ט צו אונדז
  • ווי מ'נעמט זיך פיר, אַזוי העלפט ג-ט
  • אַז מ'קלאַפּט אָן, ענטפערט מען
  • וואָס מ'גרייט זיך נישט צו אויף דער וועלט, דאָס נעמט מען נישט מיט אויף יענער וועלט


ר' לוי יצחק בּאַרדיטשעווער איז געווען בּאַוואוסט אַלץ אַ פאַרטיידיגונגס אַדוואָקאַט פאַר דעם יידישן פאָלק. ער האָט נאָר געזען דאָס גוטס אין יעדן מענטשן. מ'דערציילט אַז איינמאָל האָט ר' לוי יצחק געטראָפן אַ בּעל עגלה, שטיין אָנגעטאָן אין טלית און תּפילין בּײַ זײַן וואָגן און שמירט די רעדער אַז דער וואָגן זאָל פאָרן גלאַטיק. ער האָט אויפגעהויבּן זײַנע הענט צום הימל און אַרויסגערופן, “זע נאָר דײַנע קינדערלעך, טאַטע אין הימל, אפילו אין מיטן שמירן די רעדער דאַווענט ער."         ר 
ווען ר' לוי יצחק וואָלט געלעבּט הײַנטיקע צײַטן און וואָלט אַרײַנגעקומען אין בּית מדרש און דערזען ווי די יוגענט און אפילו אַזעלכע וואָס זענען נישט אַזוי יונג, טעקסטן מיטן טלית און תּפילין אָנגעטאָן, וואָלט ער זיכער געשתּדל'ט פאַר זיי און געזאָגט, “רבּונו של עולם זע וואָס פאַראַ אַ טײַער פאָלק דײַנע קינדערלעך זענען, אפילו אין מיטן טעקסטן דאַווענען זיי...."                                 י
מיינסטנס, האַלט איך מײַנע מיינונגען צו זיך. צו איינער איז אַ גלויבּער צו נישט אָדער צו איינער דאַווענט צו נישט. יעדער מענטש האָט דאָס רעכט און די פרײַהייט זיך אויסוואַלן ווי אַזוי ער וויל לעבּן. פונדעסוועגן, ווען איינער איז זיך מטריח אויפשטיין אינדערפרי און אין אָווענט לויפן אין שול אַרײַן דאַווענען מיט מנין, דאַרף ער פאַרשטיין אָדער לכל הפּחות טראַכטן וואָס ער טוט דאָרט און אויף וואָס ער איז געקומען. ווײַל ער איז געקומען דאַווענען און בּעטן אויף זײַן לעבּן. און טאָמער קען ער זיך נישט צוריקהאַלטן פון טעקסטן זאָל ער בּעסער בּלײַבּן אין דערהיים און נישט מאכן פון ג-טס הויז זײַן פּערזענלעכער קאָמוניקאַציע בּיוראָ
' ייד! איר טוט קיינעם נישט קײַן טובות


this week's proverbs
  • just as we relate to G-d, He relates to us
  • as one behaves, so does G-d help
  • when you knock, (on G-d's window) you get answered
  • what you don't prepare in this world, you don't take with you to the next
Reb Levi Yitzchok of Berdichev was known as the "defense attorney" for the Jewish people, because it was believed that he could intercede on their behalf before God. Known for his compassion for every Jew, he was therefore one of the most beloved leaders of Eastern European Jewry.
He once stumbled upon a coachman donned with his Talis and Tefilin (prayer shawl and phylacteries) greasing the wheels of his wagon. He raised his hands to heaven and exclaimed, “Dear G-d, what a wonderful nation your children are. Even when they are greasing their wheels they're praying....”
Had R' Levi Yitzchok lived in our generation, walked into shul and watched the youngsters and the not so young, texting with their Talis and Tefilin on, he would have raised his hands to heaven and said, “Dear G-d, what a wonderful nation your children are. Even while they are busy texting they are davening (praying).”
Most of the times I keep my opinions to myself, whether you believe or don't believe, pray or don't pray. Every person is free to choose what it is they want. However, when one makes the effort to get up in the morning and in the afternoon to go to the synagogue and pray, you need to understand or at least think about what you are doing there and why. It is to pray to G-d for your life and if you can't help yourself and must text, stay home and don't turn the house of G-d into your personal communications office.
Don't do anyone favors by coming to shul!


trasliterated
di vokhike shprikhverter
  • a'zoy vi mir zenen tsu G-t, a'zoy iz G-t tsu undz
  • vi m'nemt zikh fir, a'zoy helft G-t
  • az m'klapt on, entfert men
  • vos m'greyt zikh nit tsu af der velt, dos nemt men nit mit af yener velt


R' Levi Yitzchok barditshever is geven bavust alts a farteydigungs advokat far dem yidishn folk. er hot nor gezen dos guts in yedn mentshn. m'dertseylt az eynmol hot R' Levi Yitschok getrofn a bal -ago'le shteyn ongeton in talis un tfilin ba zyn vogn un shmirt di reder az der vogn zol forn glatik. er hot ufgehoybn zayne hent tzum himl un a'roysgerufn, “ze nor day'ne kinderlakh, ta'te in himl, a'fi'le in mitn shmirn di reder davent er!”
ven R' Levi Yitskhok volt gelebt in hayntike tsaytn, un volt a'rayngekumen in beys medrish, un derzen vi der yugent un a'fi'le a'zelkhe vos zenen nit a'zoy yung, tekstn mitn talis un tfilin ongeton,volt er zikher geshtadlt far zey un gezogt, “ Ribono Shel Oylom ze vos far a tayer folk dayne kinderlekh zenen, az a'fi'le in mitn tekstn davenen zey.”
meynstns, halt ikh mayne meynungen tsu zikh. tsu eyner iz a gloyber tsu nit, oder tsu eyner davent tsu nit. nit mayne biznes. yeder mentsh hot dos rekht un di frayheyt zikh oysvaln vi a'zoy er vil lebn. fundestvegn, ven eyner iz zikh matriyakh ufshteyn in der fri un in ovent loyfn in shul a'rayn davenen mit minyn, darf er khotsh farshteyn oder lekhol hapokhes trakhtn vos er tut dort un af vos er iz gekumen. vayl er iz gekumen davenen un betn af zayn lebn. un tomer ken er zikh nit tsurikhaltn fun tekstn, zol er beser blaybn in derheym un nit makhn fun G-t's hoyz zayn perzenlekher komunikatsye byuro.
Reb yid! Ir tut keynem kayn toyves!


פתגמים של השבוע
  • כפי שאנחנו אל אלקים כן אלקים אלינו
  • בהתאם להתנהגות שלנו, ככה ה' עוזר
  • כאשר מקישים, נענים
  • מה שלא מכינים בעולם הזה, לא לוקחים לעולם הבא
ר' לוי יצחק מברדיצ'ב התפרסם כמי שנהג ללמד זכות על כל יהודי, היה סניגורם של עם ישראל כפי שמתארים סיפורי חסידים רבים.
פעם ראה ר' לוי יצחק עגלון אחד לבוש טלית ותפילין מושח אופני העגלה בזפת
ויקרא בהתלהבות ויאמר: ראה נא ה' והביטה צדקת עמך, כי אפילו במשחם אופני מרכבותיהם יזכירו שמך ויודוך סלה...                      י
ר' לוי יצחק פונה כלפי שמיא ומשבח את העגלון המקיים את הפסוק "שויתי ה' לנגדי תמיד" אפילו בעת משיחת הגלגלים בזפת. יתכן שהיה בכך לימוד זכות על העגלון שמחוסר זמן הוזקק לטפל בעגלתו אפילו תוך כדי תפילה. אך זהו רק הרובד הגלוי שבסיפורנו. אין ספק, שאותו עגלון, בשמעו את דברי הרב, התבייש מאד במעשיו. כלפי העגלון היו דבריו של ר' לוי יצחק דברי מוסר וכיבושין. אין זו דרך כבוד להתפלל כך תפילת שחרית, ומן הסתם, הוא לא יחזור להתפלל כך יותר

אילו היה ר' לוי יצחק חי בתקופתינו והיה נכנס לבית כנסת להתפלל והיה רואה את הצעירים של היום, ולאו דווקא צעירים, איך שעוסקים בלשלוח הודעות טקסט באמצע בתפילה, הוא בטח היה מרים ידים לשמים ואומר, “ראה נא ה' והביטה צדקת עמך כי אפילו בעת משלוח הודעות טקסט יזכירו שמך ויודוך סלה...         י

על פי רוב אני משאיר את ההשקפות שלי אצלי. לא משנה לי אם מישהו מאמין או לא מאמין, כן מתפלל או לא מתפלל. כל אחד נולד עם בחירה חופשית שהוא צריך לחיות עם זה וכל נשמה יקרה. בכל אופן, כשרואים יהודים עושים מאמץ לקום בבוקר ללכת לבית הכנסת ושוב בערב, צריך לפחות להבין ולחשוב לשם מה בדיוק הם עושה זאת ולמה. הסיבה שהולכים לבית הכנסת זה להתפלל לה' ולבקש רחמים על החיים שלנו ובאם אדם לא מסוגל להתאפק מלשלוח טקסט באמצע התפילה, מוטב להישאר בבית ולא לבוא לבית הכנסת להפוך את בית ה' למשרד התקשורת הפרטי שלהם
(יהודי יקר! אל תעשה טובות לאף אחד! (רק לעצמך




Yiddish In 10 Lessons”
workbook and CD's
NOW AVAILABLE
A QUICK AND EASY WAY TO LEARN YIDDISH


אַ גוטע וואָך
Chaim Werdyger
Bringing back the Yiddish language












No comments:

Post a Comment